
17 - Loz Mikht Nisht Iber
לאָז מיך נישט איבער מיר מוזן פֿאַרגעסן אַלץ קען מען פֿאַרגעסן וואָס גייט שוין אַוועק פֿאַרגיס די צײַט פֿון מיספֿאַרשטענדענישן און די צײַט וואָס איז פֿאַרלוירן געגאַנגען אין פּרוּוו צו פֿאַרשטיין דאָס אַלץ פֿאַרגיס יענע שעהען וואָס האָבן אַ מאָל דערהרגעט מיט שלאָגן פֿון „פֿאַר וואָס“ דאָס האַרץ פֿון גליק לאָז מיך נישט איבער לאָז מיך נישט איבער לאָז מיך נישט איבער לאָז מיך נישט איבער איך וועל דיר אָנבאָטן פּערל פֿון רעגן פֿון לענדער וווּ עס רעגנט קיינמאָל נישט איך וועל גראָבן די ערד אַפֿילו נאָך מײַן טויט כּדי צו באַדעקן דײַן קערפּער מיט גאָלד און ליכט איך וועל שאַפֿן אַ קעניגרײַך וווּ די ליבע איז דער קעניג וווּ די ליבע איז דאָס געזעץ וווּ דו ביסט די קעניגין לאָז מיך נישט איבער לאָז מיך נישט איבער לאָז מיך נישט איבער לאָז מיך נישט איבער לאָז מיך נישט איבער איך וועל אויפֿטראַכטן פֿאַר דיר ווילדע, אומזיניקע ווערטער וואָס דו וועסט פֿאַרשטיין איך וועל רעדן צו דיר וועגן יענע ליבהאָבערס וואָס האָבן געזען ווי זייערע הערצער ברענען אויף צוויי מאָל איך וועל דיר דערציילן די געשיכטע פֿונעם קעניג וואָס איז געשטאָרבן ווײַל ער האָט קיינמאָל נישט באַגעגנט דיך לאָז מיך נישט איבער לאָז מיך נישט איבער לאָז מיך נישט איבער לאָז מיך נישט איבער מיר האָבן אָפֿט געזען ווי פֿײַער ברעכט אויס ווידער פֿון אַן אַלטן וואולקאַן וואָס מע האָט געהאַלטן פֿאַר צו אַלט עס זענען דאָ, ווי עס זעט אויס, פֿאַרברענטע לענדער וואָס ברענגען אַרויס מער ווייץ ווי דער בעסטער אַפּריל און ווען דער אָוונט קומט צו פֿײַערן דעם הימל צי הייראַטן נישט דאָס רויטע און דאָס שוואַרצע איינס מיטן אַנדערן? לאָז מיך נישט איבער לאָז מיך נישט איבער לאָז מיך נישט איבער לאָז מיך נישט איבער לאָז מיך נישט איבער איך וועל מער נישט וויינען איך וועל מער נישט רעדן איך וועל זיך באַהאַלטן דאָרט און דיך באַטראַכטן ווי דו טאַנצסט און שמייכלסט און הערן ווי דו זינגסט און לאַכסט דערנאָך לאָז מיך ווערן דער שאָטן פֿון דײַן שאָטן דער שאָטן פֿון דײַן האַנט דער שאָטן פֿון דײַן הונט לאָז מיך נישט איבער לאָז מיך נישט איבער לאָז מיך נישט איבער לאָז מיך נישט איבער לאָז מיך נישט איבער לאָז מיך נישט איבער לאָז מיך נישט איבער

